Welcome Visitor: Login to the siteJoin the site

The Bells of Perpignian (Yiddish Holocaust Lit.) - Scene 3: At Madame Charpantier's Hotel

Script By: Yichl Kessel Meisels
Historical fiction


Somewhere in Vichy come together Mrs. and Mr. Krause, illegal, persecuted Jewish refugees, ordinary honest French citizens, a collaborating secret agent who looks like a Hassidic rebbi and a French half-paralyzed collaborting gendarme.


Submitted:Aug 11, 2013    Reads: 13    Comments: 0    Likes: 0   


דריט בילד

פּערזאָנען פֿון דריטן בילד: אין האָטעל

  • פֿרױ צימערמאַן
  • פֿרױ קראַוז
  • מעסיע מאָניע
  • מעסיע צימערמאַן
  • זשיסקאַר געהיים-אַגענט[i]
  • זשאַנדאַרם מיטן שטײַפֿן האַלדז
  • מאַדאַם שערפּענטיע האָטעלירשע
  • געכאַפּטע ייִדן

אײניקע טעג שפּעטער. דאָס בילד שפּילט זיך אָפּ אין דער שטאָט פּערפּיניאָן אין אַ שפּעטן אָװנט, סעפּטעמבער 1942.

פֿון מערערע טורמזײגערס הערט זיך דאָס אױסקלונגען עלף אַ זײגער. אין אָנהייב איז גאַנץ פֿינצטער. דערנאָך צעגײט זיך די פֿינצטערניש עטװאָס און מען הײבט אָן אַרױסזען: אַ קליין ביליג האָטעל-צימערל, אַ מאַנסאַרדע[ii]. אַקעגן איבער - אַ טיר און אַן אַלטער קאַמאָד. אױף אים אַן אָפּגעשפּאַלטענער עמײַלענער קרוג מיט װאַסער שטײט אין אַ פּאָרצעלײַענער שיסל צום װאַשן זיך. איבערן קאַמאָד - אַן אָפּגעריבענער געלער שפּיגל מיט פֿלעקן. רעכטס אַ טאָפּלבעט אױס שטאָלרערן באַפּוצט מיט מעשענע רינגען און פֿיר קוגלעך אױף די פֿיר שפּיצן, באַדעקט מיט אַן אַלטער צעפֿראַנדזטער דעקע. לינקס, אַן אַלטע שאַפֿע. אױפֿן קאַמאָד הענגט אױף אַ טשװאָק אַן אָט װאָס גענוצטער נאַסער האַנטעך. נישט װײַט פֿון קאַמאָד אַן אױפֿגעשטעלט שפּאַניש װענטל. אין מיטן צימער אַ טישל און אַ געפֿלאָכטענער אַלטער שטול. דאָס אײנציקע פֿענצטערל אין צימער איז אין דאַך. פֿון דרױסן הערט זיך דאָס אַרײַנשטעקן אַ שליסל אין טיר. אָבער ער פּאַסט נישט. מען פּרוּװט אַ צװײטן. - עס גײט אױך נישט.

ערשטע פֿרױענשטים:

פֿון יענער זײַט טיר איך פֿאַרשטײ נישט פֿאַר װאָס עס גײט נישט... אָבער אין אונדזער פֿאַרשאָלטענער צײַט װאָלט געװעזן אַ װונדער װען עפּעס װאָלט יאָ געגאַנגען...

צװײטע פֿרױענשטים:

אפֿשר איז דאָס גאָרנישט מײַן צימער מאַדאַם צימערמאַן?

מאַדאַם צימערמאַן:

אַלץ פֿון יענער זײַט טיר נײן. דאָס איז יאָ אײַער צימער, מאַדאַם קראַוז! די האָטעלירשע האָט מיר בפֿירוש געזאָגט: 'דאָס ערשטע צימער, רעכטס פֿון מײַנעם.' איך מײן אַז דער שלאָס איז נישט בסדר... פּרוּװט װידער אַרײַנשטעקן אַ שליסל. עס גײט נישט אַרײַן. פּרוּװט נאָך איינעם, - אומזיסט. רופֿט פּלוצעם אױס. אַ װאַרט נאָר אַ װײַל! בײַ מיר אין צימער איז דאָ נאָך אַ שליסל... מען הערט זי אַװעקגײן, אַ צװײ, דרײַ טריט, אױפֿשליסן די טיר פֿון צימער דערלעבן, דערנאָך פֿאַרשליסן און קומען צוריק. אָט איז דער שליסל, מאַדאַם צימערמאַן! שטעקט אים אַרײַן אין שלאָס און די טיר עפֿנט זיך. אַ האַנט זוכט אַ װײַל ביז זי געפֿינט אַ שאַלטער. אַ דרוק און עס װערט ליכטיג פֿון אַ פֿופֿצן װאַט זשאַראָווקע. צװײ פֿרױען, - אײנע װאָס זעט אױס װי פֿון פֿופֿציק, אין דער אמתן, אַלט בלױז אַײניקע און דריײַסיק, אָנגעטון אין אַן אָפּגענוצטן קאַראַקולענעם מאַנטל, אױפֿן קאָפּ אַ באַסקנקאַפּע, און אױף די פֿיס, אַ פּאָר האַלבע אױסגעדרעטע שיך. אַן אַלטן אָפּגעניצטן האַנטטאַש מיט אַ לאַנגן רימעק אױף אײן אַקסל. שטאַרק אָפּגעצערט, כּמעט װי אַ שקעלעט. די צװײטע פֿרױ זעט אױס פֿיל יונגער, אָנגעטון אין אַ לײַכטן קאָסטיום מיט אַ פּעלצקראַגן, און בלױזן קאָפּ און װינטער פּאַנטאָפֿל אױף די פֿיס. די ערשטע פֿרױ איז הױך, אָבער פֿרי געבױגען. די צװײטע, נידעריק, גײט שװער, װי מיט אױסגעװעכטענע היפֿטן, זעט אױס װי נאָר װאָס אױפֿגעשטאַנען פֿון טיפֿוס. ערגעץ װוּ קלינגען װידער גלאָקן און דאָס עכאָ פֿון "שמע-ישׂראל".

פֿרױ צימערמאַן:

די עלטערע, מיט אַ לײַכטן שמײכל איך האָב אײַך געזאָגט אַז הײַנטיקע נאַכט װעט איר שלאָפֿן אין אַ בעט?... נאָר נישט פֿאַרצװײפֿלען! מוט! דעם מוטיקן געהערט די װעלט!...

פֿרױ קראַוז:

די ייִנגערע, זײער גערירט, מיט טרערן אין די אױגן. קוקט זיך אַרום אין אַלע זײַטן, װי

נישט קענענדיק זיך גלייבן אין אַזאַ נס. ענדלעך שטאַמלענדיק אָבער ליבע פֿרױ צימערמאַן! דאָס איז גאַנץ פֿאַנטאַסטיש; אומגלייבלעך! אַ בעט... אַ קרוג װאַסער און אַ שיסל צום אַרומװאַשן!... נאָך אַזױ פֿיל װאָכן אַרומבלאָנדזען אין די בערג... נאָך אַזױ פֿיל װאָכן זיך נישט אױסטון, נישט װאַשן... כאַפּט זי פֿאַר דער האַנט און װיל זי קושן. יענע רײַסט זיך קױם אױס. ליבע פֿרױ צימערמאַן, - װי אַזױ דאַנקט מען אײַך דערפֿאַר? צעװײנט זיך פּלוצעם. אױ רבּונו של עולם; פֿאַר װאָס קומט אונדז אַזױ פֿיל צו לײַדן!? אָרעמע קינדערלעך מײַנע, אָרעמער מאַן מײַנער, - װוּ זענט א י ר יעצט ערגעץ?

פֿרױ צימערמאַן:

פֿרױ קראַוז טײַערע, װאָס מאַכט איר? צו װאָס רעגט איר אײַך אױף? די אױפֿרעגונג איז דאָך פֿאַר אײַך װי גיפֿט. איר זינט דאָך אַ קלוגע, מוטיקע פֿרױ, - איר װעט זען װי אַלץ װעט נאָך אַנדערש װערן... איר װעט נאָך אײַערע קינדער און אײַער מאַן געפֿינען... און אָנהײבן אַ נײַ לעבן...

פֿרױ קראַוז:

װײנט ספּאַזמאַטיש. יאָ, װען איך װאָלט כאָטש געװוסט אַז זײ לעבן.

פֿרױ צימערמאַן:

רעדט נישט קײן שטותים. װאָס הײסט אױב זײ לעבן? - מען װעט דאָך נישט נעמען אַ מענטש װאָס האָט קײנעם גאָרנישט געטון און צװײ קלײנע קינדער װאָס זענען גאָט די נשמה שולדיק און זײ אומברענגען?

פֿרױ קראַוז:

צו װאָס דעם האָט מען זײ אװעקגענומען? צום אַרבעטן האָט מען גענומען די קינדערלעך?

פֿרױ צימערמאַן:

נישט צום אַרבעטן. אָבער װי דאָס הײסט גײען די דײַטשן גרינדן אַ ייִדישן קרייז אין דער געגנט פֿון לובלין, - װילן זײ אַלע ייִדן פֿון אײראָפּע דאָרט קאָנצענטרירן... האַקט אָפּ די טעמע. אָבער מיר װילן דאָך נישט פֿאַרברענגען די נאַכט אין דיסקוטירן. איר זענט דאָך אַװדאי זײער מיד פֿון אַזױ פֿיל נעכט נישט שלאָפֿן... מען מוז קלערן איר זאָלט גײן שלאָפֿן. איך גײ בלױז פֿאַר אײַך מאַכן אַ גלעזל טײ, און איך קום שױן צוריק.

פֿרױ קראַוז:

פֿאַלט איר אַרײַן אין די רײד. בשום אופֿן. עס איז אַזױ שפּעט. איר האָט זיך גענוג אָנגעהאָרעװעט ביז איר האָט געפֿינען פֿאַר מיר דעם צימער. דאָס איז איבערגענוג. גײט שלאָפֿן. און איך אױך. - אָבער איך װיל בלױז מיך אַ ביסל אָפּװאַשן פֿריִער...

פֿרױ צימערמאַן:

טראַכט אַ װײַל. אפֿשר דאַרפֿט איר נאָך עפּעס?

פֿרױ קראַוז:

פֿריײַנדלעך גאָרנישט. איך פֿאַרזיכער אײַך אַז עס פֿעלט מיר גאָרנישט...

פֿרױ צימערמאַן:

צעגערט אַ װײַל. דאַן גײ איך. קוקט זיך נאָך אַ מאָל אַרום אין צימער. איך זאָג אײַך נאָך נישט אַ גוטע נאַכט, - איך קום באַלד צוריק! פֿאַרשװינדט דורך דער טיר. פֿרױ קראַוז אַלײן. קוקט זיך אַ װײַל אַרום. גײט צו צום קרוג און גיסט אים אױס אין שיסל. פֿאַרשװינדט אַ װײַל הינטערן שפּאַנישן װענטל, װי װילנדיק אָנהײבן זיך אױסטון צום װאַשן. גײט צו צום בעט און מאַכט צורעכט די דעקן מיטן קישן צום לײגן זיך. פֿרױ צימערמאַן קומט צוריק דערװײַל מיט אַ גלאָז הײסן טײ.

פֿרױ צימערמאַן:

דעקט צו דעם טײ מיט אַ שיסעלע און שטעלט אים אױפֿן טיש. און יעצט זאָג איך אײַך אַ גוטע נאַכט, און שלאָפֿט גוט...

פֿרױ קראַוז:

מיט אַ שמײכל אָ, דאָס קאָנט איר זיכער זײַן! איך זאָג אײַך אױפֿריכטיק צו גוט צו שלאָפֿן נאָך אַזױ פֿיל נעכט אין די פּירענעען... אױף בױדעמס, אין טרעפּנצימערן מיט די קעץ און הינט... מיט אַ קרעכץ בלױז איז די פֿראַגע: אױב מען װעט מיך לאָזן?... טראַכט נאָך אַ װײַל. אָבער... אַנטשולדיקט װידער װאָס איך פֿרעג נאָך אַ מאָל, - זענט איר באמת הונדערטפּראָצענטיק זיכער אַז דאָס איז נישטאָ קיין געפֿאַר פֿאַר דעם זשאַנדאַרמעריע[iii] - - - און - - - אַז דאָס צימער איז דאָס ריכטיקע?

פֿרוי צימערמאַן:

פֿון דער שװעל ליבע פֿרוי קראַוז, - אַלץ איז בסדר! איך װױן שױן אין דעם האָטעל איבער דרײַ חדֹשים. און נאָך קײן אײנציק מאָל נישט געזען דאָ קײן זשאַנדאַרם[iv], אָדער געהיימען. אױך דאָס צימער איז הונדערטפּראָצענט! פֿאַרשװינדט.

פֿרױ קראַוז:

שריײַט איר נאָך. גוטע נאַכט, און אַ פֿילפֿאַכן דאַנק! איך װעל דאָס אײַך קײן מאָל אין לעבן נישט פֿאַרגעסן. דרײט איבער דעם שליסל אין שלאָס און נעמט אים אַרױס. און יעצט ראַש! קײן מינוט נישט פֿאַרלירן. הײבט אָן פֿון זיך אױסטון די ערשטע זאַכן; ברענגט דאָס שפּאַנישע װענטל און שטעלט עס אױף פֿאַרן קאַמאָד מיטן װאַשגעשיר. פֿאַרשװינדט דערהינטער. מען הערט. אָ, װאַסער, אַ האַנטוך! און אַ בעט... גאָט אין הימל! מען הערט דאָס װאַסער פּליִעסקען און װײנען. װען איך װאָלט בלױז געװוּסט אַז מײַנע אָרעמע קינדער און חיים לעבן... און אַז זײ קאָנען זיך נאָך אױך װאַשן!... קומט אַרױס אין העמד. װישט מיטן האַנטעך דאָס געזיכט און די הענט און פֿיס. װאָס פֿאַר אַ תּענוג נאָך אַזױ פֿיל חדֹשים זיך נישט װאַשן װידער דעם טעם פֿון װאַסער און אַ האַנטעך צו פֿילן!... שױדערט אױף. אָבער גאָט, װי שמוציק דאָס האַנטעך איז? קלערט נאָך אַ װײַל. װי װען עמעץ װאָלט עס געהאַלטן אין ניצן... הענגט עס צוריך אױפֿן קאַמאָד. שטעלט צוריק דאָס שפּאַנישע װענטל אױפֿן פֿריִערדיקן פּלאַץ. אָדער איז עס בלױז שמוציק װײַל עס געהערט צו אַ טרײפֿענעם האָטעל?... אָ, מיט אַ געװײן פֿאַר אַזעלכע װי איך איז עס נאָך צו רײן!... הײבט אױף דאָס קישן צום אױסבעטן און געפֿינט אַ געניצט נאַכט העמד פֿון אַ מאַן. שױדערט אױף. און װאָס זאָל דאָס באַטײַטן? איז עס נישט אַמאָל אַ באַװױנט צימער?... נאָך אַ װײַל אָבער פֿרױ צימערמאַן דאַרף דאָך דאָס װיסן! לײגט אַװעק דאָס העמד מיט אַן עקל אױפֿן שטול און קריכט מיט אומװילן אַרײַן אונטער דער דעקע. דאָך, פֿאַר אַכציק פֿראַנק אַ נאַכט װאָלט די האָטעליערקע געמעגט געבן אַ ביסל ריינערע װעש... אָבער... אפֿשר זענען זײ גערעכט... פֿאַר אַזעלכע װי איך קען זײַן אַז דאָס איז אױך צו פֿיל... אָ, גאָט, װען חיים און די קינדער װאָלטן כאָטש דאָס געהאַט!... דרײט אָפּ דאָס ליכט און דעקט זיך איין. אַ גוטע נאַכט טײַערע קינדערלעך, - װוּ איר זאָלט אײַך יעצט געפֿינען!... אַ גוטע נאַכט, חיים!... װוּ איר געפֿינט אײַך זאָל גאָט איבער אײַך האַלטן זײַן רעכטע האנט און אײַך באַשיצן! רעדט נאָך עפּעס שטילערהײט װי צו זיך און דרײט זיך אױס מיטן פּנים צו דער װאַנט. נאָך אַ װײַלע הערט מען זי שױן אָטעמען װי אין שלאָף, - און אַ מאָמענט שפּעטער הײבט זי זיך אָן װאַרפֿן און שרײַען פֿון שלאָף. פֿון װײַטן הערט זיך קלינגען פֿון גלאָקן און "שמע-ישׂראל", און פֿון פֿרױ קראַוזעס האַלדז רײַסן זיך אומפֿאַרשטענדלעכע טענער אָבער פֿול מיט שרעק. צום סוף -

מאַדאַם קראַוז:

היסטעריש אָ, נײן. לאָזט מיך לעבן!... װאַרפֿט אַראָפּ פֿון זיך די דעקן און װעקט זיך איבער פֿון שלאָף. צינדט אָן דאָס ליכט און קוקט זיך אַרום אין צימער װוּ זי געפֿינט זיך. דערמאָנט זיך לאַנגזאַם. ליגט זיך צוריק און שלאָפֿט װידער איין. אין דער צײַט הײבן זיך אָן דערנענטערן אין קאָרידאָר שװערע טריט פֿון אַ מאַן. ער שטעקט צום סוף אַרײַן אַ שליסל אין שלאָס און... די טיר עפֿנט זיך. מען זעט אין דער טיר אַ מאַן פֿון עטלעכע און דרײַסיק, אַ פֿראַנצױז אין אַ באַסקנקאַפּע, אָנגעטון װי אַן אַרבעטער נאָך דער אַרבעט. פֿון זײַנע אױגן קוקט אַרױס אַ געװיסע איבעראַשונג פֿונעם בילד װאָס אַנטפּלעקט זיך פֿאַר זײַנע אױגן. אין משך פֿון אַ בליץ װאַרפֿט ער די אױגן איבערן צימער אַרום און אַרום און שטעלט זײ אָפּ אױפֿן בענקל װוּ עס ליגן און הענגען די קלײדער און װעש פֿון מאַדאַם קראַוז. פֿון די קלײדער אױפֿן שטול װענדט ער די אױגן אױפֿן בעט װוּ עס שלאָפֿט פֿעסט די פֿרױ. ער קוקט זיך דאַן אַרום דערשטױנט איבער אַלע פֿיר זײַטן פֿון צימער װי געװאָלט זיך איבערצײגן אױב ער איז זיך נישט טועה װעגן צימר. קוקט נענטער, נאָך דעם װי ער האָט צוגעמאַכט לאַנגזאַם די טיר און װאַרפֿט אַ בליק הינטערן שפּאַנישן װענטל, און אַ קוק אַרײַן אין קרוג און שיסל.

פֿראַנצױז:

אַן אָנגענעמע איבעראַשונג!... גענױ װי אין סינעמאַ... אומפֿאַרהאָפֿט אַ פֿרױ אין בעט... ערנסט, פֿאַרטראַכט זיך אַ װײַל. אָבער װער קאָן זי דען זײַן? דערנענטערט זיך צום בעט, און בײגט זיך אַריבער צו איר געזיכט. װער זענט איר?

מאַדאַם קראַוז:

דרײט זיך אױס מיטן פּנים קעגן אים, מיט אַ טיפֿן קרעכץ װי אױס אַ קאָשמאַרפֿולן חלום. אױ!... טוט מיט זיך אַ שרעקלעכן װאָרף. מאַכט אױף פּלוצעם די אױגן און דערזעט דעם פֿראַנצױז קוקן אױף איר. זעצט זיך אױף מיט אַ געװאַלד. געװאַלד, רחמנות!... ראַטעװעט! פּאָליצײַ!? ...

פֿראַנצױז:

אױך גוט דערשראָקן פֿאַר איבעראַשונג אַ װאָסער פּאָליצײַ?... באַגרייפֿט לאַנגזאַם

אַז ער האָט דאָ אפֿשר צו טון מיט אַ ייִדישער פֿרױ װאָס באַהאַלט זיך פֿאַר דער זשאַנדאַרמעריע. באַמיט זיך זי צו באַרויִקן. װוּ האָט איר דען דאַ ? איך בין אַן אַיינפֿאַכער פֿראַנצױז. אָבער װער זענט איר, מאַדאַם?

מאַדאַם קראַוז:

קען נישט קײן װאָרט אַרױסברינגען פֿאַר דערשיטערונג. מיט אַרױסגעזעצטע אױגן גאָט אין הימל, - פֿאַר װאָס קומט מיר אַזױ פֿיל יסורים?...

פֿראַנצױז:

קוקט זיך אָפּ אַ ביסל פֿון איר בעט. באַרויִקט אײַך, מאַדאַם!... איך בין נישט אַ זשאַנדאַרם!

מאַדאַם קראַוז:

דעקט זיך איבער מיט דער קאָלדרע, און שלוכצט ספּאַזמאַטיש.

פֿראַנצױז:

פּרוּװט אױפֿדעקן עטװאָס די קאָלדרע. אָבער מאַדאַם, באַרויִקט אײַך דאָך! איך בין נישט קיין פֿליק[v], און נאָך װײניקער אַ מענטשן פֿרעסער. דאָס איז בלוױז מײַן האָטעל-צימערל און איך בין געקומען אַהיים.

מאַדאַם קראַוז:

הײבט אויף נאָך אַ װײַל דעם קאָפּ. שלוכצט נאָך אַלץ. אָבער װי אַזױ איז דאָס דען מעגלעך? װידער היסטעריש גאָט אין הימל, - װי איז דאָס מעגלעך? טרערן װי אַרבעס

רינען איבער אירע באַקן. האָבן מיר באמת אַזױ פֿיל געזינדיקט?... צו איז באמת נישט קײן סוף צו אונדזער גיהנום?

פֿראַנצױז:

מאַדאַם, װער איר זאָלט נישט זײַן, קודם באַרויִקט אײַך. הערט אױף צו װײנען און דערצײלט מיר װער איר זענט? איר קענט מיר רויִק אָנפֿאַרטרױען אײַער סוד. איך בין נישט קײן זשאַנדאַרם, און נישט קיין פֿליק, און אפֿילו נישט קיין קאָלאַבאָראַציאָניסט. דערצײלט מיר װי איר זענט אין מײַן צימער געקומען? - עס איז דאָך געװען פֿאַרשלאָסן, װי אַזױ איר זענט אַרײַן. טראַכט אַ װײַל. איך בין אפֿילו בלױז אַן אַײנפֿאַכער מאַן, אָבער איך װיל פּראָבירן אפֿשר װעל איך אײַך קענען מיט עפּעס העלפֿן?...

מאַדאַם קראַוז:

שלוכצט היסטעריש, און קאָן קײן װאָרט נישט אַרױסברענגען.

פֿראַנצױז:

צו זיך עפּעס איז דאָס נישט נאָרמאַל!... אפֿשר אײנע װאָס דעם פֿאַרשטאַנד פֿאַרלױרן?... צו מאַדאַם קראַוז אָבער ליבע, טײַערע מאַדאַם, - װאָס פֿעלט אײַך דען? זאָגט עס מיר, - איך װיל אײַך טראָץ דעם װאָס איך בין נישט מער װי פֿון אַן איינפֿאַכער אַרבעטער װעל איך טון פֿאַר אײַך װאָס איך װעל נאָר קענען. מאַכט אַ מינע װי ער װאָלט געװאָלט זי גלעטן איבער די האָר און כאַפּט צוריק די האַנט. מיט אָנשטרענגונג הערט דאָך אױף אַ מאָל, - עס איז אוממעגלעך דאָס צוצוזען!... קוקט איר אַ װײַל דורכדירינגענדיק אין די אױגן. האָט איר פֿאַרשטאַנען װאָס איך האָב אײַך דאָ געזאָגט?

מאַדאַם קראַוז:

קוקט אױף אים נאָך אַלץ מיט חשד. איז עס אמת אַז איר זענט נישט פֿון דער פּאָליצײַ?...

פֿראַנצױז:

מיט אַ שמײכל איר קענט מיר פֿאַרטרױען קאָנפֿיאַנס[vi], טײַערע מאַדאַם!...

מאַדאַם קראַוז:

װער זשע דען זענט איר?

פֿראַנצױז:

האָב איך אײַך שױן אײנמאָל געזאָגט. איך בין זשאַק דעקור און איך װױן דאָ אין דעם צימער. אַן אַרבעטער אין דער מעריע[vii] און יעצט װיל איך הערן פֿון אײַך: װער זענט איר? אַ ייִדין? אַ פּליטה?... עכאָ פֿון "שמע-ישׂראל" און גלאָקן פֿון װײַטן. אַ װײַלע טיפֿע שטילקײט.

מאַדאַם קראַוז:

זיך באַװעגענדיק אַהין און אַהער אױפֿן בעט אָ, װער איך בין? איז דאָס באמת אַזױ שװער צו פֿאַרשטײן?... אַ ייִדישע פֿרױ בין איך. אַ פֿרױ װאָס װאַלגערט זיך אַרום שױן 29 חדֹשים אָן אַ דאַך איבערן קאָפּ. לעבט אין איין פּחד פֿאַר די זשאַנדאַרמען, און ספּעציעל פֿאַר איין זשאַנדאַרם - ער איז הױך גענױ צװײ מאָל װי איך, פּאַראַליזירט אױף האַלבן גוף און נאַקן, - דער ערגסטער ייִדניעגער אין פּערפּיניאָן. זי שלאָפֿט הײַנט אױף אַ פֿעלד פֿון טאָפּינאַמבור[viii], מאָרגן אין אַ װאַלד אין די פּירענעען, - דערנאָך װידער אין אַ נאַכט פֿון שטאַרקן פֿראָסט אָדער שנײ אין אַ טרעפּענצימער אין פּערפּיניאָן מיט אַלע היימלאָזע קעץ און הינט, - אױב דאָס מזל שפּילט מיר צו און די נאַכט גײט אַדורך אין רו. - אָפֿט אָבער פּאַסירט אַז פֿון איינעם אַ טרעפּענצימער קומט פּלוצעם אַ סיגנאַל: "ראַציע," - און מען הײבט אָן לױפֿן אױף בױדעמס, און זײער אָפֿט אױף די שפּיציקע דעכער. מיט די לעצטע כּוחות האַלטן זיך די געפֿרױרענע פֿינגער אָן אין די קאַכל כּדי נישט אַראָפּצוגליטשן זיך פֿון דאַך װי אַ זאַק מעל.

פֿראַנצױז:

צו זיך װאָס פֿאַר אַ נאַר בין איך! װי אַזױ האָב איך דאָס נישט תּיכּף פֿאַרשטאַנען! צו מאַדאַם קראַוז און װאָס איז מיט אַײער פֿאַמיליע?

מאַדאַם קראַוז:

זיך װײַטער װיגנדיק, ברעכט אױס װידער אין אַ געװײן װאָס עס איז מיט מײַן פֿאַמיליע? גאָט אין הימל, - מיט די אײגענע אױגן געמוזט צוזען װי מען פֿירט זײ אַװעק. מײַן מאַן און צװײ טעכטערלעך.

פֿראַנצױז:

מיט אױפֿריכטיקער אױפֿרעגונג די פֿאַרברעכער! ערגער נאָך װי די "באָשעס"[ix]. אָבער װי אַזױ איז אײַך געלונגען זיך צו ראַטעװען?

מאַדאַם קראַוז:

װײנענדיק מיר האָבן געלעבט אין רואַן, צפֿון פֿראַנקרײַך. מײַן מאַן איז געװען אַ גאָלדשמידט. ער האָט געדינט פֿולטײליק אין מיליטער ביזן אַרמיסטיס[x], אָבער גװען אין פֿראַנקרײַך בלױז פֿיר יאָר, זײַט אָנהײב זיבן און דרײַסיק[xi]. [...[xii]] איז פֿאַרוווּנדעט געװאָרן אין צפֿון נישט װײַט פֿון ליל. איז אַז די באַנדיטן און די הילפֿס, מײנסטנס עלזאַסער, זענען געקומען אין מיטן נאַכט און האָבן די טירן פֿון אונדזער װױנונג אױפֿגעבראָכן פֿאַר די אױגן פֿון באַלעבאָס פֿון הױז און אונדזערע שכֿנים. איז מײַן ערשטער געדאַנק געװען מײַן מאַן צו ראַטעװען... אַז מען קען אױך מיך מיט די קלײנע קינדערלאַך נעמען האָט דאָך נישט געקאָנט נאָך דעמאָלס אױסקלערן אפֿילו די שװאַרצסטע פֿאַנטאַזיע. - מיר האָבן געװױנט אױפֿן צװײטן שטאָק. די פֿענסטער פֿון אײן צימער זענען ארױסגעגאַנגען אין הױף. איז אײדער די טיר איז געװען שױן גאַנץ אױפֿגעבראָכן האָב איך געגעבן מײַן מאַן אַ זאָג ער זאָל אַרײַן אין יענעם צימער און זען פֿון דאָרט זיך צו ראַטעװען. אָבער אײדער ער האָט באַװיזן דאָס צו טון איז שױן איין עלזאַסער געװען אין צימער און אים מיט אַ זעץ אױסגעלײגט אױפֿן באָדן: "סאַל זשװיף."[xiii] אַז מײַן מאַן האָט זיך אױפֿגעזעצט אױפֿן באָדן פֿון נאָז האָט בלוט אין אַ דיקן שטראָם גערונען, - האָט ער מיר געזאָגט אױף פּױליש איך זאָל גײן אַהין װוּ איך האָב אים פֿריִער געשיקט. איך בין באמת אַהין אַרײַן און געברענגט אים אַ טיכל צום אָפּװישן דאָס בלוט פֿון פּנים, אָבער אַן אַנדערער עלזאַסער פּאָליציסט האָט מיך פֿון אים אַװעקגעיאָגט. דאָ האָט מײַן מאַן אָנגעהױבן מיר אײַנרעדן אױף פּױליש איך זאָל זען מיך צו ראַטעװען. אין אָנהייב האָב איך נישט געקאָנט דערפֿון אַפֿילו הערן. אָבער מײַן מאַן האָט נישט אָפּגעלאָזט און איך בין שװאַך געװאָרן, און אַרײַן אױף אַ װײַל אין אַנדערן צימער װי עפּעס װאָס צו ברענגען אים... בין געשפּרונגען דורכן פֿענסטער און פֿאַשװוּנדן אין דער שװאַרצער נאַכט... אין מײַנע אױערן האָט נישט אױפֿגעהערט קלינגען זײַן שטים. - און זי קלינגט נאָך אײגענטלעך ביזן הײַנטיקן טאָג. - "אפֿשר װעל איך דאַן אױך מיך קע�





0

| Email this story Email this Script | Add to reading list



Reviews

About | News | Contact | Your Account | TheNextBigWriter | Self Publishing | Advertise

© 2013 TheNextBigWriter, LLC. All Rights Reserved. Terms under which this service is provided to you. Privacy Policy.