Welcome Visitor: Login to the siteJoin the site

The Bells of Perpignian (Yiddish Holocaust Lit.) - Scene 4: In The Prison of Perpignian

Script By: Yichl Kessel Meisels
Historical fiction


Inside the huge Medieval Perpignian prison a bunch of hunted Jews recount their litanies of persecution in France during the 2nd World War.


Submitted:Aug 11, 2013    Reads: 1    Comments: 0    Likes: 0   


פֿערט בילד : אין דער תּפֿיסה פֿון פּערפּיניאָן

פּערזאָנען פֿון פֿערטן בילד:

  • אַלטער װעכטער אײניקע און זעכציק יאָר אַלט
  • אַ גרױסע צאָל אַרעסטאַנטן פֿראַנצױזן, שפּאַניער און ייִדן
  • פֿרױנד
  • שטײַן
  • שטאַרק
  • מישקין
  • גרינבױם
  • פֿינף אַנדערע װעכטער

אַ שטילער "שמע-ישׂראל." גלאָקן פֿון אַלע פּערפּיניאָנער קלױסטערס און קלאַשטאָרן קלינגן, אײנע נאָך די אַנדערע די גאַנצע צײַט.

לױט דער ענציקלאָפּעדיע איז פּערפּיניאָן געגרינדעט געװאָרן אין 10טן יאָרהונדערט. פֿאַרפֿעסטיקט געװאָרן דורך אירע פֿאַרשידענע הערשער װאָס האָבן זיך דאָרט געביטן, מיט מױערן, פֿעסטונגען און אַ ציטאַדעל, װאָס האָבן געדינט אַלס פֿעסטונגען קעגן די אינװאַזיעס פֿון באַרבאַרן און אַראַבער. אַ צײַט האָבן איבער איר געהערשט די קעניגן פֿון מאַראָקאָ און אַ צײַט די הערשער פֿון אַראַגאָן אין שפּאַניע. פֿאַרשידענע דענקמעלער זאָגן עדות װעגן איר ראָל װאָס זי האָט געשפּילט אין דער געשיכטע פֿון מיטל-עלטער, דערנאָך אין דער נײַסטער צײַט, - אַלס פֿלוכטאָרט[i] פֿאַר די קרבנות פֿון פֿראַנקאָ-שפּאַניע און גאָר די לעצטע צײַט אַלס שױדערלעכער פּולאַפֿקע און טראַנזיט-סטאַציע פֿאַר ייִדישע קרבנות פֿון נאַציזם אױף גאַנץ דרום-מיזרח-פֿראַקרײַך. צװישן אירע צאָלרײַכע דענקמעלער פֿון מיטל-עלטער געפֿינען זיך צװישן אַנדערע די קאַטעדראַלע סען זשאַן און אײניקע קלענערע קלױסטערס און קלאַשטאָרן. בײַם סוף פֿון מיטל-עלטער זענען דאָ אױפֿגעשטעלט געװאָרן פֿון צײַט צו צײַט אױטאָדאַפֿעען און אין היסטאָרישן מוזיי קאָן מען נאָך הײַנט זען בילדער פֿון מאָנאַכן װאָס האָבן אָנגעהערט צום אָרדן "סאַנשע" װאָס פֿלעגן באַגלײטן די קרבנות צום אױטאָדאַפֿע מיט עקזאַלטירטע תּפֿילות און װילדן געזאַנג, ממש װי עס האָבן עס געמאַכט 450 יאָר שפּעטער די דײַטשן און זײערע קנעכט, די פֿראַנצייזישע קאָלאַבאָראַטאָרן.

אײנער פֿון יענע היסטאָרישע דענקמעלער איז די תּפֿיסה פֿון פּערפּיניאָן. געבױט אין דער פֿאָרם פֿון אַ ראָטונדע, אַ האַלבקוגעל, אַ ריזן גרױסער רונדער זאַל אױסגעלײגט מיט שטרױזעק לענגאױס דער קײַלעכדיקער װאַנט. צװײ שװערע שטאָלענע טירן קעגעניבער אײנע פֿון דער אַנדערער. אײנע תּמיד פֿאַרשלאָסן און די אַנדערע װערט בלױז באַנוצט אײניקע מאָל אין טאָג, צום אַרױסלאָזן די אַרעסטאַנטן אױף אַ האַלבער שעה אין טאָג אין ריזנגרױסן תּפֿיסה-הױף פֿון דער תּפֿיסה, אױף פֿרישער לופֿט, אָדער אױף אַרײַנצוװאַרפֿן אַ נײַערן אָדער מערערע נײַע פֿריש-געפֿאַנגענע, און מאַנכעס מאָל אױך כּדי עמעצן צו באַפֿרײַען. פֿינף אָדער זעקס קרייזן פֿון שטרױזעק. מערערע הונדערטער געפֿאַנגענע.

די זעלבע צײַט בערך װי אין פֿאָריקן בילד. אױף די הונדערטער שטרױזעק זיצן אָדער ליגן און שמועסן געפֿאַנגענע, זײער אַ סך פֿון זײ שפּאַניער װאָס האָבן זיך דאָ געראַטעװעט פֿאַר פֿראַנקאָס נעגל... זײ זיצן יעצט דאָ אין דער פּערפּיניאָנער תּפֿיסה אונטער פֿאַרשײדענע נישט געפֿלויגענע, נישט געשטויגענע באַשולדיקונגען. עס געפֿינען זיך אױך דאָ נישט װײניק שװערע קרימינעלע פֿאַרברעכער אונטער דער באַשולדיקונג פֿון מאָרד אָדער רױב. און צװישן אַלע די - אױך אײניקע צענדליקער ייִדן װאָס זענען געכאַפּט געװאָרן בײַם פּרוּװן שמוגלען די גרענעץ קיין שפּאַניע, אָדער געכאַפּט געװאָרן בײַ ראַציעס אין די קלענערע ערטער אין דרום-מיזרח-פֿראַנקרײַך, אָדער אױף די גאַסן און בױדעמס פֿון דער שטאָט פּערפּיניאָן. די קאָנצענטראַציע-טראַנזיט-לאַגערן קײן דאַכאַו און דראַנסי און ריװזאַלט, װערניי[ii] און סען סיפּריִען[iii] זענען איבערפֿילט מיט קרבנות, - װאַרטן זײ דאָ אױפֿן נײַעם טראַנספּאָרט קײן דראַנסי אָדער דאַכאַו.

עס זענען דאָ ייִדן פֿון מיזרח און מערבֿ; אױך פֿון באַלקאַן, - אַזעלכע װאָס זענען אײַנגעװאַנדערט אין פֿראַנקרײַך נאָכן יאָר 1936.

די טיר עפֿנט זיך מיט אַ שװערן סקריפּן. אַלע געפֿאַנגענע דרײען אױס די קעפּ. אַן אלטער גרױער תּפֿיסה-װעכטער װאַרפֿט אַרײַן מיט אַ קאָפּע אין הינטערן אַ מיטליאָריקן ייִד.

װעכטער:

פֿאַר מײַן זײדן, מײַן פֿאָטער, מײַן טאַטן, פֿאַר מיר און מײַן אײנציקן זון װאָס זיצט געפֿאַנגען אין דײַטשלאַנד!... דערלאַנגט אים נאָך אַ קאָפּע אונטערן בױך, קלאַפּט צו די טיר און פֿאַרשליסט זי פֿון דרױסן. פֿון יענער זײַט טיר, הױך אױפֿן קול פֿאַר אַלע מלחמות אײַערע...

ײִד:

פֿאַלט אױף אַ געפֿאַנגענעם װאָס זיצט אױף אַ שטרױזאַק, רעכטס פֿון דער טיר, האַלט זיך בײַם בױך, אָן אָטעם פֿאַר װײטיק. יענער גיט מיט אים אַ שלײַדער און ער פֿאַלט אױף אַ לײדיקן שטרױזאַק. עס זאַמלט זיך אַרום אים אַ קרײַז פֿון שפּאַניער און פֿראַנצױזן. אַ טײל לאַכן פֿון אים אָפּ און אַנדערע רעגן זיך אױף זײ אױף. פֿון ערגעץ אַ שטרױזאַק שטעלט זיך אױף אַ יונגער בלאָנדער מענטש, אָנגעטון אין קלײדער אַ סך איבער זײן מאָס, אָנגעטון אין אַ באַסקן קאַפּע; ער דערנענטערט זיך לאַנגזאַם נאָך דעם װי די אַנדערע האָבן זיך אַ ביסל דערװײַטערט און פֿרעגט אים שטיל, דיסקרעט:

אַרעסטאַנט:

אַ ייִד?...

ײִד:

הײבט אױף די אױגן דערשױנט. יאָ! אױך איר?

אַרעסטאַנט:

און װי רופֿט מען אײַך?

ײִד:

מיכֿאל. פֿרױנד מיכֿאל.

אַרעסטאַנט:

און מײַן נאָמען איז שטײַן. אָבער... קוקט זיך אַרום און זעט װי אײניקע פֿון די פֿראַנצױזן און שפּאַניער קוקן אױף זײ נײַגעריק. קומט פֿון דאַנען!... זעט װי זײ קוקן אױף אונדז מיט רױבערישע אױגן... װאָס מען װעט קענען פֿון אונדז אַװעקרױבן... אַ מינוט; איך װעל פּרוּװן געפֿינען פֿאַר אײַך אַ פּלאַץ נאָענט פֿון מיר. איז װעלן מיר קענען פֿרײַער רעדן...

פֿרױנד:

װאַקלט מיטן טלומעקל װאָס ער טראָגט אין האַנט. אָ, אַ גרױסן דאַנק! באמת איך

בין אײַך זײער דאַנקבאַר! גײט אים נאָך ביז יענעמס שטרױזאַק. שטײַן צערוקט אַ ביסל די קאָצן און עס װערט אַ פֿרײַער פּלאַץ בערך פֿון אַ האַלבן שטרױזאַק.

שטײַן:

און פֿון װאַנען קומט איר? אין פֿאַרשידענע פּלעצער שטייען אױף מענטשן פֿון די שטרױזעק און הײבן זיך אָן לאַגזאַם און פֿאָרזיכטיק צו דערנענטרן צו זײ מען דערקענט תּיכּף אַז דאָס זענען ייִדן.

פֿרױנד:

קוקט זיך אַ װײַלע אַרום, װאַרפֿט אַ בליק צום גלעזערנעם פֿאַרפֿרױרנעם סופיט װאָס קומט אים אױס הױך װי דער הימל פֿאַרטראַכט אַ װײַל. און װי דערמאָנענדיק זיך אין יענעמס שאלה, צו שטײַנען געװענדט איך קום פֿון ניס. די שטאָט זעט אױס װי סדום. װי עס װאָלט גערעגנט מיט שװעבל און פֿײַער... יעדן טאָג נײַע הונדערטער קרבנות. זײ װערן געכאַפּט אין די האָטלן און פּענסיאָנען, אין די װילאַס און אין פּריװאַטע הײַזער װוּ פֿריײַנט ייִדישע און קריסטלעכע באַהאַלטן זײ אױס. אין די פּענסיאָנאַטן פֿון די אַרומיקע דערפֿער. אױף דער פּלאַזשע און אין די קאַזינאָס פֿון קאַן, סען טראָפּע[iv] און מאָנטע קאַרלאָ, - און װערן אַרײַנגעװאָרפֿן אין די קאַזערנעס צום דעפּאָרטירן... אױך איך בין דאָרט געװעזן. עס האָט מײַן פֿרױ אָפּגעקאָסט אַ שװער פֿאַרמעגן אַז מען זאָל מיך באַפֿרײַען אונטערן אױסרײד אַז איך בין אומטראַנספּאָרטירבאַר קראַנק. איך האָב באַקומען אַ צעטעלע דרײַ סאַנטימעטער ברײט און אַכט סאַנטימעטער לאַנג באַשטעטיקט דורך דעם גרעסטן מעדיצינישן קאָלאַבאָראַטאָר אין ניס, און לייטער פֿון דער "אַקציע" אין ניס... מענטשן זענען געװען גרײט צו באַצאָלן מיר דערפֿאַר אַ פֿערטל מיליאָן פֿראַנק... דעם אַנדערן טאָג אָבער האָבן

אױפֿגעבראָכן עלזאַסער הילפֿס-פּאָליציסטן די טיר װוּ איך בין געלעגן אין בעט און מיך אין פּיזשאַמע אַרױפֿגעװאָרפֿן װי אַ זאַק קאַרטאָפֿל אױף אַ לאַסטאױטאָ און מיך פֿון אים אַראָפּגעװאָרפֿן צוריק אין די קאַזערנעס... (אַרום זײ האָט זיך דערװײַל צוזאַמענגעזאַמלט אַ באַשײַדן רעדל פֿון ייִדישע געפֿאַנגענע װאָס פֿאָרזיכטיק זיך צו געהערט צו פֿרױנדס דעצײלונגן.

שטײַן:

און װי קומט איר אַהער?

פֿרױנד:

אָ, דאָס איז דער צװײטער אַקט פֿון דער טראַגעדיע... מײַן פֿרױ איז צופֿעליק נישט געװען אין שטוב װען מען האָט מיך פֿון איר צוריק אױסגעכאַפּט. זי איז געװען זיכן אַ פֿאַרבינדונג צום שמוגלען קײן שפּאַניע אָדער אין דער שװײַץ...

מען האָט גראָד אַרומגעשמועסט אַז די שװײַצער גרענעץ איז געעפֿנט פֿאַר פּליטים למשך פֿיר טעג - און אַז זי האָט זיך אומגעקערט אין גרױסער געפֿאַר אַהײם האָט זי געטראָפֿן די טיר אױפֿגעבראָכן. די אױפֿזעערין פֿון אונדזער דּירה אױפֿן מאַרעשאַל-פֿוש[v]-בולװאַר האָט געבראָכן די הענט און ספּאַזמירט: "טײַערע מאַדאַם פֿרױנד, ראַטעװעט אײַך. איך האָב זײ געהערט זאָגן, זײ װעלן נאָך צוריקקומען אײַך אַװעקצונעמען! מײַן גאָט, װי שעם איך מיך צו זײַן אַ פֿראַנצױזין!..." בײַ איר אָנקומען האָט מײַן פֿרױ נאָך גראָד געזען דעם לאַסטאױטאָ אַװעקפֿאָרן. ספּאַזמירנדיק איז זי איבער די גאַסן געלאָפֿן ביזן מאַן װאָס האָט בײַ איר דאָס געלט גענומען פֿאַר מײַן באַפֿרײַונג און זיך פֿאַר אים צו די פֿיס געװאָרפֿן... דער מאַן האָט זי אױפֿגעהױבן פֿון באָדן, - - - און גענומען זי באַרױִקען און איר צוגעזאָגט פֿײַערלעך אַז ביז דרײַ טאָג װעט ער מיך צוריק באַפֿרײַען. און האָט באמת געהאַלטן װאָרט... יעצט בין איך נישט מער צוריק אין אונדזער װױנונג אױף בולװאַר מאַרעשאַל פֿאָש, נאָר צוגעפֿאָרן צו אונדזערן אַ חבֿר אױף רי לאַמאַרטען. די פֿרױ האָט װידער אַרומגעזוכט אַ שמוגלער װאָס זאָל אונדז ברענגען אין דער שװײַץ אָדער שפּאַניע. דאָ האָט זיך אַרױסגעשטעלט אַז גראָד האָט די שװײַץ געשלאָסן די גרענעצן פֿאַר ייִדן; און עס איז געבליבן אַז מיר גײען קײן שפּאַניע. פּױזע. זעצט זיך אַװעק אױפֿן שטרױזאַק.

שטײַן:

צערוקט אַ ביסל צװײ טלומעקלעך אױפֿן שטרױ װאָס דינען אַלס קישנס פֿאַר צוקאָפּנס, און אױך אַלס פּראָװױאַנט, - קלײדער - און װעשקאַסטן בײַ טאָג. דאָ קענט איר אַװעקלײגן אײַער פּעקל און מאַכן אײַך דאָס געלעגער... נו, און װאָס איז געשען װײַטער?

פֿרױנד:

נאָך דריײַ טעג זוכן האָבן מיר געפֿינען אַ שמוגלער װאָס האָט זיך אונטערגענומען אונדז ברענגען קײן שפּאַניע. מיר זענען שױן געשטאַנען כּמעט אָן מיטלען און נישט געקאָנט באַצאָלן דעם שמוגלער. אָבער חבֿרים פֿון אונדז, קירזשנערס פֿון פּאַריז, האָבן אונדז געהאָלפֿן. און אַזױ זענען מיר נאָך גרױסע געפֿאַרן געקומען ביז פּערפּיניאָן.

שטײַן:

נו?... און װײַטער?

פֿרױנד:

מיר זענען דאָ אָפּגעשטיגן אין אַ "ביסטראָ"[vi] און דער שמוגלער איז אַװעק אַרױס זוכן זײַנע מענטשן װאָס זאָלן אונדז אַריבערפֿירן. נאָך צװײ אָדער דריײַ שעה איז ער צוריקגעקומען און דערקלערט אַז פֿאַרן אָפּגעמאַכטן פּרייז זענען זײַנע פֿירער נישט מסכּים אונדז אַריבערצופֿירן קיין שפּאַניע. דאָס װעטער איז שלעכט, שנײ און פֿראָסט, און דערפֿאַר פֿאָרדערן זײ מער. אָבער מיר האָבן נישט געהאַט. צום סוף איז געבליבן אַז מײַן פֿרױ זאָל אים געבן אַ גאָלדענעם בראַסלעט װאָס זי האָט געטראָגן אױף דער האַנט, - דעם לעצטן אָנדענק פֿון אונדזערע גליקלעכע יאָרן נאָך דער חתונה אין װין. ער האָט אים באַקומען און נאָך אַ האַלבע שעה איז געקומען אַ טאַקסי און מיר זענען אײַנגעשטיגן, מײַן פֿרױ און קינד, איך און נאָך אַ פֿאַמיליע, - אַ פֿרױ מיט דרײַ קינדער, אַן ענגלענדערין װאָס האָט באַשלאָסן צו שמוגלען זיך קײן שפּאַניע װײַל פֿון דאַנען קאָן זי נישט קיין ענגלאַנד צוליבן קריגסצושטאַנד. דאָס קינד אונדזערס איז ביזן אַנטלױפֿן פֿון ניס געװען אױסבאַהאַלטן בײַ אַ ייִדישער פֿאַמיליע װײַל אין קאַן - די פֿראַנצייזישע ייִדן זענען דאָך נאָך דערװײַל געשוצט. - און אַז מײַן פֿרױ האָט זי פֿון דאָרט אַרױסגענומען האָבן די מענטשן זי שטאַרק אָפּגערעדט דערפֿון. "קלערט גוט נאָך װאָס איר גײט יעצט טון. אײַער קינד איז דערװײַל אין די בעסטע הענט. װערט געפֿלעגט און געהאַלטן װי זי װאָלט געװען אונדזער אײגענע טאָכטער. עס דראָט איר דאָ דערװײַל נישט קײן שום געפֿאַר... - און איר, איר גײט דאָך אַוועק אויף אַ װעג װאָס איז פֿאַרבינדן מיט אַ גרױסער געפֿאַר... לאָזט זי בײַ אונדז," האָבן זײ געבעטן, "מיר װעלען זי היטן װי אַן אױג אין קאָפּ. און נאָך דעם קריג, אַז מען װעט דערלעבן, װעלן מיר זי אױך אָפּגעבן..." אָבער איך, - אַז מײַן פֿרױ האָט מיר פֿון דאָרט טעלעפֿאָנירט, - האָב נישט געװאָלט הערן פֿון איבערלאָזן זי, און האָב געטענהט: "װי מיר װעלן גײן, װעט זי גײן. װאָס עס װעט געשען מיט אונדז װעט געשען מיט איר." עס איז מיר געלעגן אין זכּרון אונדזער זון, אַ קינד פֿון זעקס יאָר װאָס מיר האָבן אַזױ פֿאַרלױרן אין צפֿון... אין מײַ נײַנצן פֿערציק, װען מיר זענען אַנטלאָפֿן פֿון האַסעלט[vii] אין לימבורג[viii], בעלגיע קײן פֿראַנקרײַך, װערנד דער דײַטשער אינװאַזיע קײן בעלגיע און האָלאַנד. מיר זענען געשטאַנען אין ריי אין קאַלײ, פֿאַר אַ בעקערײַ נאָך אַ ברױט. פּלוצעם זענען אָנגעקומען דײַטשע "שטוקאַס"[ix] אין גענומען "ראַזירן" די מענטשן װאָס זענען געשטאַנדען אין ריי. מיר האָבן זיך געװאָרפֿן שנעל אױפֿן באָדן. אָבער אַז מיר זענען אױפֿגעשטאַנען איז דאָס קינד נישט געװען מער צװישן די לעבעדיקע... איז אַזױ אַרום אונדזער טאָכטער אױך געװעזן מיט אונדז יעצט. אַז מיר זענען אײַנגעשטיגן אין טאַקסי האָבן מיר נאָך געװאָרפֿן אַ לעצטן בליק אױף פּערפּיניאָן און אין האַרץ האָב איך געטראַכט: "גאָט העלף אונדז נישט צו דאַרפֿן נאָך אַ מאָל זײַן אין פּערפּיניאָן... אַז פּערפּיניאָן זאָל זײַן אונדזער טױער צום לעבן..." האָב איך געטראַכט. אָבער אַ מענטש טראַכט און גאָט לאַכט. אַז מיר זענען אָפּגעפֿאָרן אַ זיבן, אַכט מינוט, און דערפֿאָרן ביז די לעצטע הײַזער פֿון שטאָט, - זענען אױפֿן שטראָז געשטאַנען אױסגעשטעלט פיר זשאַנדאַרמען מיט די הענט אין דער הייך. "האַלט! פּאַפּירן!" פֿינף מינוטן שפּעטער זענען מיר געװעזן אַלע אױף דער זשאַנדאַרמעריע... אונדזער טאָכטער האָט די גאַנצע צײַט ספּאַזמירט. "װאָס האָט איר געטון? - פֿאַר װאָס האָט איר מיך אַרױסגענומען פֿון דער פֿאַמיליע װײַל?... װערנד מײַן פֿרױ איז געזעסן און געבראָכן די הענט. דערװײַל האָבן זיך צוזאַמענגעזאַמלט נאָך זיבן, אַכט ייִדן פֿון די שטרױזעק פֿון אַלע זײַטן און זיך דערנענטערט צו די צװײ.

שטײַן:

איר קענט רעדן. דאָס זענען אַלע ייִדן. זיצן גענױ װי איר. געכאַפּט בײַם פּרוּװן שװאַרצן די גרענעץ. יעדער פֿון זײ האָט זײַן היסטאָריע. אָט צום בײַשפּיל דער ייִד װענדט זיך צו אַ יונגערמאַן פֿון רעדל. "שטאַרק" איז זײַן נאָמען.

שטאַרק:

אַקעגן 23-33 יאָר אַלט. הױך און מאָגער איך בין פֿון פּאַריז. אַ קירזשנער. צװײ ברידער פֿאַרלױרן. אײנעם האָט זיך מאָביליזירט פֿרײַװיליק אין סעפּטעמבער נײַן און דרײַסיק. אין מײַ נײַנצן פֿערציק געפֿאַלן אין סען לעאָנאַר[x], אַ שטעטעלע בײַ בולאָן בײַם מער[xi]. די צװײ אַנדערע ברידער זענען געכאַפּט געװאָרן אין דעצעמבער אײן און פֿערציק בשעת אַ "ראַציאַ" אין בעלװיל[xii], אַרײַנגעװאָרפֿן געװאָרן אין דראַנסי. נאָכן אױפֿװײַזן אַז זײ זענען ברידער פֿון אַ געפֿאַלענעם פֿרײַװיליקן האָט מען זײ נאָך דרײַטעג באַפֿרײַט, אָבער גלײַך אין דער זעלבער נאַכט צוריקגענומען געװאָרן, און אַלס ערובֿניקעס דערשאָסן געװאָרן... אין יענער נאַכט איז אױך מײַן שװאָגער, דער מאַן פֿון אײנציקער שװעסטער אַװעקגעכאַפּט געװאָרן און דערשאָסן... מיר זענען דערנאָך מיט פֿאַלשע פּאַפּירן אַװעק אין אומבעזעצטן געביט. אַנדערטהאַלבן יאָר האָבן מיר זיך אױסבאַהאַלטן אַלס אַריער אין מאַרסײ[xiii]. אָבער אַז די שׂרפֿה איז אין פֿאַרגאַנגענעם[xiv] אויגוסט אױך דאָרט [xv] זענען מיר אַװעק צו דער שװײַצער גרענעץ פּראָבירן אַריבער גײן קײן שװײַץ; און שטעלט אײַך פֿאָר אַז מיר זענען שױן פֿאַר זײער שװערן געלט געװעזן אױף יענער זײַט גרענעץ, - און װײַל אונדזער קינד איז אַלט געװען זיבן אַ האַלב יאָר, און נישט אונטער זיבן יאָר, האָבן זײ אונדז צוריק געשטעלט קײן אַנעמאַס[xvi] אין פֿראַנקרײַך... צוזאַמען מיטן באַרימטן זינגער יוסף שמידט, װאָס אײניקע יאָרן פֿריִער האָבן זײ אים שטורמיש אַפּלאָדירט בשעתן אױפֿטרעטן אין ציריכער שטאָט-טעאַטער. און הײַנט האָט אים דער קאָמענדאַנט פֿון דער גרענעצװאַך אױף דער גרענעץ געענטפֿערט: "איך קאָן נישט קײן זינגער מיטן נאָמען יוסף שמידט!"...[xvii] אין גרױסער געפֿאַר זענען מיר קײן פּערפּיניאָן [...[xviii]] כּדי צו פּרוּװן גײן קײן שפּאַניע. אױפֿן װעג ערגעץ װוּ האָט מען מײַן פֿרױ און קינד אַראָפּגענומען פֿון צוג. און טראָץ דעם װאָס מיר האָבן געהאַט אָפּגעמאַכט אַז אין פֿאַל װען מען װעט איינעם פֿון אונדז כאַפּן זאָל דער אַנדערער װײַטער פֿאָרן... בין איך אין ליאָן אַראָפּ און געפּרוּװט דערגײן װאָס מיט זײ איז געשען, - איז דאָס מיר נישט געלונגען: צװײ װאָכן האָב איך מיך אַרום געדרײט אין ליאָן, - אױף בױדעמס און אין אױסגעבאָמבטע לאַסטאױטאָ אױף די פֿעלדער אױסער דער שטאָט. דערנאָך האָבן די מענטשן אין ייִדן-רעטונגס-קאָמיטעט מיך איבערגעצײַגט אַז עס האָט נישט קײן זין אױך מיט מײַן לעבן צו ריזיקירן און מיר געגעבן פּאַפּירן און אױף שפּעזן קײן פּערפּיניאָן און דאָ בין איך נישט װײַט געקומען װײַל אין דער זעלבער נאַכט איז פֿאָרגעקומען אַ ראַציע אין דער געגנט פֿון באַנהױף און איך בין תּיכּף געװאָרן געכאַפּט. איך װאָלט געװען אַװעקגעשיקט געװאָרן תּיכּף קײן ריװזאַלט אָדער װערניי. צו מײַן מזל האָבן זײ געפֿינען אין די ביכער אױף דער זשאַנדאַרמעריע אַז עפּעס אַ מענטש מיט דעם נאָמען װאָס איך האָב מיך אָנגערופֿן אין די פֿאַלשע פּאַפּירן װערט געזוכט

װעגן אַ קרימינאַל-זאַך דורך דער פּאַריזער פּאָליצײַ. האָבן זײ מיך געשיקט אין תּפֿיסה ביז זײ װעלן אױפֿקלערן דעם ענין מיט דער פּאַריזער פּאָליצײַ... און אפֿשר װײַל אין ריװזאַלט אָדער װערניי איז נישטאָ קײן פּלאַץ מער...

פֿרױנד:

מיט אַ זיפֿץ יאָ, מײַנע טײַערע ייִדן, יעדער מיט זײַן לעבענסגעשיכטע...

שטײַן:

װײַזט מיט דער האַנט אױף אַן אַנדערן ייִד, אַלט קעגן אייניקע און פֿערציק, נידעריק, ברײטפּלעציק, אָנגעטון אין אַ װינטערמאַנטל און אַ הוט אױפֿן קאָפּ. אָדער דער פֿאַל...

מישקין:

קוקט זיך פֿאָרױס. איך בין אַ רוסישער ייִד פֿון כאַרקאָװ. געװעזענער פּאָלקאָװניק אין דער רויטער אַרמיי. רוס מיליטער-אַטאַשע אין פּאַריז אין די יאָרן 28-34. אין דאָזיקן יאָר האָט מען מיך אויפֿגעפֿאָדערט צוריקצוקערן קײן מאָסקװע... איך האָב אָבער געװוסט מיט װאָס דאָס שמעקט און האָב געבעטן בײַ דער פֿראַנצייזישער רעגירונג אַזיל אַלס פּאָליטישער פֿליכטלינג. אײניקע חבֿרים אונדזערע װאָס זענען דעמאָלט צוריק קײן רוסלאַנד זענען אױסגעשאָסן געװאָרן אַלס טראָצקיסטן. נו, אַלס ייִד איז מיר נישט עפּעס אַנדערש איבריק געבליבן װי פֿאַרבינדן מײַן גורל מיטן גורל פֿון אַלע ייִדן. װעגן מײַן זאַך איז אין יענער צײַט אַ סך געװאָרן געשריבן אין די צײַטונגען און איך האָב געמוזט מיך מער אױסבאַהאַלטן פֿאַר די קאָמוניסטן אין פֿראַנקרײַך װי פֿאַר דער ג.פ.או. און אַז עס איז געשלאָסן געװאָרן דער אָפּמאַך ריווענטראָפּ-מאָלאָטאָװ, האָט מיר געדראָט אַ געפֿאַר אױף יעדן טריט. איך האָב דאַן צוריק אָנגענומען מײַן ייִדישן פֿאַמיליען-נ





0

| Email this story Email this Script | Add to reading list



Reviews

About | News | Contact | Your Account | TheNextBigWriter | Self Publishing | Advertise

© 2013 TheNextBigWriter, LLC. All Rights Reserved. Terms under which this service is provided to you. Privacy Policy.